Oid Yosef Chai - עוד יוסף חי
Oid Yosef Chai - עוד יוסף חי

Beri Weber - Oid Yosef Chai - עוד יוסף חי Lyrics

2
Oid Yosef Chai - עוד יוסף חי Music Video

Oid Yosef Chai - עוד יוסף חי Lyrics

איך בין יוסף דער עלעווטער קינד
פון פאטער יעקב
מיין לעבןס געשיכטע מיר געפינט
אין ספר בראשית צום סוף
איך האב געהאט פאר מיך ברודערלעך צען
אינדערהיים איז מיר נישט גרינג געווען
שנאה
און קנאה
האב איך יעדן טאג געזען

מיין מאמע האט מיך איבערגעלאזט
איך בין געווען קוים אכט יאר אלט
שוין אינגערהייט האב איך געקאסט
ממש ווי מיין לעבן צעפאלט
א יתום אן א מאמעס האנט
יעדער קוקט מיך אן אינטערסאנט
איך האב געדענקט
און געבענקט
וואס מיין טאטע האט מיך אייביג דערמאנט

דו ביסט יוסף
דו ביסט יוסף

נישט קיין חילוק וואס דו גייסט אריבער
ביסטו א צדיק א גיבור
דו ביסט יוסף
מיין ליבליך קינד
זאל זיין וואס זאל זיין
בלייבסטו אייביג מיין
זיסער יוסף מיין ליבליך קינד

פון גרויסע חלומות האב איך געטראכט
העכער און העכער צו גיין
יעדער האט פון מיר חוזק געמאכט
איך בין געשטאנען איינער אליין
מיך פארקויפט קיין מצרים אלס קנעכט
מיין לעבן איז מיר ביטער און שלעכט
אין פוטיפרס הויז
איך דריי מיך ארויס
פון בּאגיין אומרעכט

נישט גענוג מיינע צרות פון ביפאר
האט מען מיר אין תפיסה פארשפארט
געבינדן אין קייטן אויף 12 יאר
אבער דאך אויף מלכות איך ווארט,
פאר פרעה מיך איינמאל געשטעלט
עס האט זיך איבערגעדרייט מיין וועלט
פון ווייטאג
בין איך איין טאג
געווארן א פירער, א העלד.

אני יוסף ברודערס אני יוסף

נישט קיין חילוק וואס איך בין אריבער
גיטס פארן טאטען איבער
עס לעבט נאך יוסף
ער איז ריין פון זינד
נישט קיין חילוק וואס איך בין אריבער
דאך בין איך א מלך
א גיבור
איך בין יוסף
מיין טאטענס א קינד

הער מיך צו
איך זעה ווי דו
גייסט דורך שווערע צייטן
מטשעפעט משפייעט
איך זעה ווי סגייט
דיך שלעכט פון אלע זייטן
דא רעדט צו דיר יוסף אליין
ווער נאך ווי איך קען דיך פארשטיין
דיין געוויין
דיין פיין
נסיונות ביישטיין

קומסט פון א שווערע שטוב
אדער דו ליגסט אין גרוב
דיין חלום קען קיינער צושטערן
ביסט שטערקער ווי דו מיינסט
וועסטו זעהן אליינס
ווי דאס וועט נאך פארווירקליכט ווערן
הער עס פון יוסף פון עהםן
וואס איז דורך די אלע פראבלעמען
דאך א צדיק
א גיבור
ביז היינט האט ער די שענסטע נעמען

זאג פאר דיר אליין
איך בין יוסף פונקט ווי יוסף

נישט קיין חילוק וואס איך גיי אריבער
קען איך זיין א צדיק א גיבור
פונקט ווי יוסף
מיט טרערן איך שריי
נישט קיין חילוק וואס איך גיי אריבער
גיטס פארן טאטן איבער
עס לעבט נאך יוסף
עוד יוסף חי
עוד יוסף חי
עוד יוסף חי
עוד יוסף חי

Writer(s): מאטי אילאוויטש
Copyright(s): Lyrics © O/B/O DistroKid
Lyrics Licensed & Provided by LyricFind

Attach an image to this thought

Drag image here or click to upload image

The Meaning of Oid Yosef Chai - עוד יוסף חי

Be the first!

Post your thoughts on the meaning of "Oid Yosef Chai - עוד יוסף חי".

Lyrics Discussions
by Muse

1

197
Hot Songs
by TV Girl

1

974
Recent Blog Posts